דער קליינער פרינץ
לוא־פעלער אין יחידה:תבנית_מידע, שורה 265: attempt to call field 'wrapReport' (a nil value).
דער קליינער פּרינץ (פראנצויזיש: Le Petit Prince; ערשט פֿאַרעפֿנטלעכט אין 1943) איז דאָס סאַמע באַרימטע בוך פֿונעם פֿראנצויזישן פּילאָט און שרײַבער אנטואן דע סענט-עקזופערי.
כאָטש עס איז געשריבן און אילוסטרירט ווי אַ קינדער בוך פֿאַרמאָגט "דער קליינער פּרינץ" אַ סך ערנסטע געדאַנקען וועגן לעבן און ליבע, וואָס מאַכן עס ניט אַזוי קלאָר צי ס'איז טאַקע א קינדער בוך. די ווידמונג "פֿאַר לעאָן ווערט, ווען ער איז געווען אַ יונג קינד" ווינקט אַז דאָס בוך איז אַ מין נאָסטאַלגישער דענקמאָל פֿון די דערוואַקסענע לייענער, און נישט דווקא פאר קינדער.
די געשיכטע איז וועגן אַן אויסגעטראַכטער פּאַסירונג אין וואס דער דערציילער (סענט-עקזופּערי) געפינט זיך אַרײַנגעזעצט אינעם מדבר סאַהאַראַ נאָך אַ פּראָבלעם מיט זײַן עראָפּלאַן, וואו ער געפֿינט אַ מאָדנע קינד - דעם קליינעם פּרינץ, דעם הויפּט כאַראַקטער. אין זייערע שמועסן אַנטדעקט דער שרײַבער זײַן אָנשױונג װעגן דער אומלאָגיקייט וואָס מענטשן אָפֿט דעמאָנסטרירן, און די פּשוטע אַקסיאָמען וואָס דערוואַקסענער אָפֿט פֿאַרגעסן. סענט-עקזופּערי איז טאַקע געווען אַ פּילאָט און האָט געלאַנדעט אַן עמערגענץ לאַנדונג אינעם סאַהאַראַ. שפּעטער איז ער אומגעקומען ווען זײַן עראָפּלאן האָט געקראַכט אין די צווייטע וועלט-מלחמה.
די מאָלערײַען אינעם בוך וואָס אילוסטרירן דעם קליינעם פּרינץ און די הויפּט דערשײַנונגען זענען געצייכנט געוואָרן דורך דעם שרײַבער אַליין און געבן דעם בוך א באזונדערן כאַראַקטער.
יידישע אויסגאבע
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דאָס בוך איז איבערגעזעצט געוואָרן אויף יידיש פֿון שלמה לערמאַן, און איז ערשט פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין 2000.[1]
וועבלינקען
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]רעפערענצן
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]
דער ארטיקל וועגן ליטעראטור איז א שטומף. ביטע העלפֿט וויקיפעדיע אים פֿארברייטערן. |