לדלג לתוכן

נאגער

פֿון װיקיפּעדיע

נאָגערס זענען א טאלק פון וועגעטאריע זויגערס. זיי זענען די גרעסטע טאלק אין דער קלאס פון זויגערס, מיט 40 פאמיליעס, 350 מינים און מער ווי 2200 זגאלן.

נאגערס האבן באזונדערע ציינער. אינעם אויבערשטן קינבאק זענען צוויי לאנגע שניידציין. קעגנאיבער אינעם אונטרעשטן קינבאק וואקסן און אויפהער צוויי ציין. דער נאגער מוז כסדר בייסן און ניצן די ציין כדי זיי זאלן נישט וואקסן צו לאנג. מיט די אונטערשטע ציין קען דער נאגער אויך גראבן.

נאגערס האבן נישט קיין וואלפציין.

נאגערס געפינען זיך אין אלע קאנטינענטן אחוץ אנטארקטיקע.

ביישפילן פון נאגערס זענען מייז, שטשורעס, וועווערקעס, האמסטערס און ביבערס.

אומגעפער העלפט פון די זגאלן פון זויגערס זענען נאגערס.