פלמ"ח
פלמ"ח, די ראשי תיבות איז פלוגות מחץ, אדער שטורעם איינהייטן, איז א פארא-מיליטערישע אפטיילונג, פון דער השומר הצעיר ארגאניזאציע, געגרינדעט ביי דער צווייטער וועלט מלחמה, מיטן ציל צו באשיצן פאלעסטינע, אין פאל דייטשלאנד אטאקירט.
זיין ערשטע קאמאנדיר איז געווען יצחק שדה, די ערשטע אקציע וואס דער פלמ"ח האט געזאלט דורכפירן, איז דורכגעפאלן מיט א שרעקליכער פאסירונג, דריי און צוואנציג קעמפער, האבן זיך ארויסגעלאזט מיט א שיפל, קיין טריפאלי (לבנון), צו אטאקירן די ווישי רעגירונג, די קעמפער זענען פארלוירן געווארן, און מען האט זיי קיינמאל נישט געטראפן.
צווייטע וועלט מלחמה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]אסאך פון די זעלנער, האבן זיך אנגעשלאסן אין די בריטישע ארמיי, צו קעמפן קעגן די נאציס, און ווען די אצ"ל האט דערקלערט קריג קעגן דעם בריטישן מאנדאט, איז די פלמ"ח ארויס אין א קריג, קעגן די דיסידענטן גרופעס, און געמסרט פארן רעגירונג ווי אצ"ל קעמפער באהאלטן זיך אויס, שפעטער אבער איז די יידיש אגענטור, געקומען צו די איבערצייגונג, אז די בריטישע ערלויבן נישט, געראטעוועטע ארויפקומען, און זיי ווערן צוריקגעשיקט קיין אייראפע, און עס איז געגרינדעט געווארן דער העברעישער באוועגונג פאר ווידערשטאנד, ווי צוזאמען האבן די גרופעס אטאקירט בריטישע איינשטעלונגען, באן רעלסן, בריקן, מיליטערישע איינריכטונגען, זענען אלע מיט אחדות פון די יידן, אויפגעריסן געווארן, ביז דער קינג דעוויד האטעל אויפרייס, דעמאלט איז דער פאראייניגונג געקומען צו אן ענדע.
דער קריג פון זעלבסטשטענדיגקייט
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]ווען די פאראייניקטע פעלקער, האט געשטימט פארן אויפשטעלן א יידישע לאנד, דעם 29סטן נאוועמבער 1947. האבן די יידן געיובלט אין די שטעט, ווען דער אנפירערשאפט האט געוויסט, אז די אראבער שארפן זיך די מעסערס, און צו מארגנס האט אויסגעבראכן די מלחמה, אויפן פלמ"ח זייענדיג דער שטערקסטער מיליטערישע כח אין לאנד, איז ארויפגעלייגט געווארן צו באשיצן די נגב, זיי האבן טיילגענומען אין מערערע קאמפן אין ירושלים, אין חיפה, און אין גליל, יגאל אלון איז געווען דער קאמאנדיר פונעם פלמ"ח ביים קריג.
זיי האבן געגרינדעט די לופט קרעפטן, און פליערס, וואס האט אויפגעשטעלט, די שפעטערדיקע לופט קרעפטן, פון די ישראל ארמיי.
ווי אויך ים כוחות וואס מען האט גערופן פלים, וואס דער שפעטערדיקע ים קרעפטן, איז געווארן אויפגעשטעלט פון זיי.
דוד בן גוריון דער צייטווייליגער פרעמיער, אינעם איבערגאנגס רעגירונג, האט באשלאסן אויפצולעזן אלע גרופעס, און אויפשטעלן צה"ל, עס האט אויסגערופן א שטורעם אינערהאלב די רייען פון די גרופע, ווייל צה"ל האט געדארפט געפירט ווערן דורכן הגנה, און זייענדיג די קעמפער פונעם ישוב, איז זיי זייער שווער געווען, איינצושטימען אויף אזא זאך.
נאכן מלחמה
[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]דער פלמ"ח האט פארלוירן זייער אסאך קעמפער, אבער אויסער קעמפן, האבן זיי געגעבן פארן לאנד גאר אסאך קולטור, און אין פאליטיק, אין די מיליטער, ביי דער זעקס טאגיקער מלחמה, און ביי די יום כיפור מלחמה, זענען א גרויסע טייל פון די גענעראל שטאב, געווען זעלנער פון פלמ"ח, יצחק רבין, יגאל אלון, דוד אלעזר עוזי נארקיס גענעראל פון צענטער טייל פון ישראל, איז געווען קאמאנדיר פון די פלמ"ח איינהייט וואס האט איינגעבראכן אין אלטשטאט ירושלים, איידער זיי האבן זיך אונטערגעגעבן, צו יארדאניעשע לעגיאנערן.