לדלג לתוכן

DNS

פֿון װיקיפּעדיע

Domain Name System (באַקאַנט מיט איר קיצורדיקער נאָמען DNS) טײַטש: תּחום־נאָמען־סיסטעם איז אַ נעצװערק־פּראָטאָקאָל װעלכע טוט פֿארבײַטן קאָמפּיוטער נעמען וואס מענטשן קענען גרינג געדענקען, מיט IP אדרעסן מיט װעלכע קאָמפּיוטערס קאָמוניקירן. למשל װען מען טײַפּט אַרײַן אין אַ בלעטערער אַן אינטערנעט־אַדרעס, שיקט מען צו דער DNS אַ בקשה צו אױסלײזן דעם נאָמען צו זײַן פּאַסיקן IP־אַדרעס. אויך האַלט א DNS־דינער אנדערע נעמען, ווי למשל די MX רעקארד װעלכע איז באַשטימט צו אױסלײזן בליצפּאָסט אַדרעסן.

אַ DNS־דינער איז דאס אדרעס־בוך פון דער אינטערנעט. די אינטערנעט פארמאגט 13 שורש־DNS־דינערס און דארט ווערן געהאלטן די תּחום־נעמען פאר אלע אינטערנעט תּחומים (Domains). יעדער נאָמען האָט כאטשיג צוויי DNS־דינערס וואס האבן אינפארמאציע צו וועלכע איי פי אדרעס דער תּחום געהערט.